פֿאָרשונג און אַנטװיקלונג

מיר אַרבעטן שטענדיק כּדי צו אַנטװיקלען דעם געזונט־סעקטאָר און פֿאַרזיכערן אַז דו קיגסט די בעסטע מעגלעכע באַהאַנדלונג

מיר טוען דאָס דורך פּרוּװן נײַע באַהאַנדלונג־מעטאָדן אין פֿאַרשײדענע פֿאָרשונג־פּראָיעקטן, אָבער אויך דורך אַ קריטישע אָפּשאַצונג פֿון אונדזער אײגענער אָרגאַניזאַציע.

צוזאַמען מיטן קאַראָלינסקאַ אינסטיטוט פֿירן מיר זיך אָן מיט פֿאָרשונג, אַנטװיקלונג און אויסבילדונג אין אַלגעמײנער מעדיצין, פּסיכיאַטריע, אַדיקט־אָפּהיט, קינדער־ און יוגנט־פּסיכיאַטריע, האַביליטאַציע און פֿאָלקסגעזונט. מיר פֿירן זיך אויך אָן מיט פֿאָרשונג אין געריאַטריק צוזאַמען מיט אַ סך קאָמונעס.

אַלע די פֿאָרשונג־פּראָיעקטן זענען תּמיד אָפּגעשאַצט פֿונעם עטיש אָפּשאַצונגַ־אַמט. דאָס פֿאַרזיכערט אַז די פֿאָרשונג איז דורכגעפֿירט אויף אַ ריכטיקן אופֿן און אַז מען האָט אַנאַליזירט דעם נוץ און װיקקונג אויף דער באַהאַנדלונג. 

דו באַשליסטס צי דו װילסט זיך באַטײליקן אין דער פֿאָרשונג

אַ מאָל פֿרעגן מיר פּאציענטן צי זײ װילן זיך באַטײליקן אין אַ פֿאָרשונג־פּראָיעקט. געװײנטלעך, הײסט דאָס אַז מע פֿילט אויס אײן אָדער עטלעכע פֿאָרמולאַרן אָדער טוט אַ װײַטערדיקע אויספֿאָרשונג.

דו באַשליסטס תּמיד אַלײן צי דו װילסט זיך באַטײליקן אין דער פֿאָרשונג צי נישט. דײַן באַשלוס װירקט נישט אויף דײַן נאָרמאַלער באַהאַנדלונג.

טאָמער, פּאַסטס דו פֿאַר אַ פּראָיעקט, װעלן מיר דיר פֿרעגן צי דו װילסט זיך באַטײליקן אין דעם. דאַן, װעסטו באַקומען פּינטלעכע אינפֿאָרמאַציע װעגן װאָס דער דאָזיקער פּראָיעקט באַדײַט פֿאַר דיר.

צי ביסטו פֿאַראינטערעסירט מיט באַטײליקן זיך אין פֿאָרשונג־פּראָיעקטן – דערצײל דײַן געזונגט־באַזאָרגער.