- פּאַציענטן־זיכערקײט
- דײַן אָנטײלנעמונג
- דער מעדיצינישער רעקאָרד
- קװאַליטעט־רעגיסטער
- געזעצן און כּללים
- באַמערקונגען און טענות
- געזונט־אָפּהיט צו דער ריכטיקער צײַט
- 1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות
- Trygg och säker vård
- Lagar och regler
- Befintlig sida: אָרנטלעכקײט און װי אַזוי מע באַהאַנדלט פ...
אָרנטלעכקײט און װי אַזוי מע באַהאַנדלט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אין שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר
יעדעס מאָל דו שטעלסט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־סעקטאָר רעגיסטרירט מען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. דערפֿאַר, טראָגן מיר דאָס אַחריות צו פֿאַרזיכערן אַז מע באַהאַנדלט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציעס אויף אַ גוטן אופֿן כּדי זיך צו אָנפֿירן מיט אַ גוטער און זיכערער אָרגאַניזאַציע און אויך באַשיצן דײַו אָרנטלעכקײט.
אויפֿן אָ זײַטל דערצײלן מיר װאָס רעכענט זיך װי אַ פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע, װען מען מוז באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, װי אַזוי מע באַהאַנדלט די אינפֿאָרמאַציעס און דײַנע רעכט.
װאָס איז פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע
אַלץ װאָס מען קען ניצן כּדי צו אידענטיפֿיצירן עמעצן רעכענען זיך װי פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. ס'קען למשל זײַן אַ נאָמען, אַ בילד, אַן אַדרעס, אַ טעלעפֿאָן־נומער אָדער אַ רעקאָרדירונג. ס'קען אויך זײַן אַ מער דעליקאַט מין אינפֿאָרמאַציע װעגן געזונט אָדער פּערזענלעכע מײנונגען.
װען באַהאַנדלט שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס?
ס'זענען דאָ עטלעכע סיטואַציעס װוּ מיר באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. די געװײנלעכסטע סיטואַציעס זענען:
אַ פֿאַרצײכענונג אין דעם מעדיצינישן רעקאָרד.
מעדיצינישע סטאַטיסטיק
אָרגאַניזאַטאָרישע אָפּשאַצונגען און דאָס קװאַליטעט־פֿאַרזיכערן דעם געזונט־סעקטאָר.
די װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג װעגן געזונט.
פּערסאָנאַל־ענינים, למשל לוין, קראַנק־מעלדונגען און אַרבעט־אַפּליקאַציעס.
געזעצן און כּללים
מע מעגט נאָר צונויפֿזאַמלען און באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װען מען האָט אַ רעכט דאָס צו טאָן. מע טאָר נישט צונויפֿזאַצלען אַזוינע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װאָס מען נײטיקט זיך ניט אין זײ. מע טאָר אויך נישט אויפֿהיטן די אינפֿאָרמאַציעס נאָך דעם װאָס מע האָט זי געניצט פֿאַרטיק אָדער זי באַהאַנדלט אויף אַן אַדערן אופֿן װי מע האָט ערשטנס געזאָגט.
װי אַזוי מען קען באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס איז באַשטימט אין עטלעכע געזעצן װעלכע שיצן דײַן אָרנטלעכקײט; למשל דאָס געזעץ װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט, די פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ און דאָס געזעץ װעגן פּאַציענטן־דאַטן. די פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ (מע רופֿט זי אויך GDPR) איז אַ נײַע פֿאַראָרדענונג אין דער אײ"פֿ װאָס פֿאַרבײַט דאָס פֿריערדיקע געזעץ װעגן פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע.
פֿאַר װאָס באַהאַנדלט מען מײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס?
מע מעג נאָר צונויפֿזאַמלען און באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אין ספּעציעלע, באַשטימטע סיטואַציעס לויט אַזוי גערופֿענע געזעצלעכע סיבות. געװענטלעך, מוז מען האָבן אַ דערלויבעניש פֿון דעם אַקטועלן פּאַרשוין כּדי צו קענען באַהאַנדלען יענעמס פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. אָבער עס זענען דאָ אויסנעמען.
װען שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר באַהאַנדלט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס האַנדלען זיך די געזעצלעכע גרונדן געװײנטלעך װעגן:
דורכפֿירן אַן אויפֿגאַבע פֿון עפֿנטלעכן אינטערעס אָדער װאָס איז אַ טײל פֿון דער מלוכישער אַרבעט, אָדער
דורכפֿירן עפּעס אַ געזעצלעכע פֿאָדערונג
עפֿנטלעכער אינטערעס
דאָס געזעץ באַשטימט װען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס זענען אינטערעסאַנט פֿאַרן עולם. די אויפֿגאַבעס פֿון שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר זענען רעגולירט פֿון געזעצן, פֿאַראָרדענונגען, כּללים און פּאָליטישע באַשלוסן. כּדי צו קענען דורכפֿירן מיט די דאָזיקע אויפֿגאַבעס פֿון עפֿנטלעכן אינטערעס מוזן מיר אָפֿט מאָל באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.
אַדורכפֿירן מיט אַ געזעצלעכער פֿליכט
שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר מוז, װי אַ מלוכישע אינסטאַנץ, אַדורכפֿירן מיט אַ סך געזעצלעכע פֿליכטן. מיר מוזן למשל, לויטן געזעץ, אַרכיװירן דאָקומענטן און רעגיסטרירן עטלעכע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אין פֿאַרשײדענע ענינים. נאָך אַ בײַשפּיל; מיר מוזן, לויטן געזעץ, דאָקומענטירן אינפֿאָרמאַציעס װעלכע זענען װיכטיקע װען ס'קומט צו אָפּהיטן אַ גוטן און זיכערן געזונט־אָפּהיט פֿאַר פּאַציענטן, למשל אין אונדזערע מעדיצינישע רעקאָרדן.
װער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער באַהאַנדלונג פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס
שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס און דערמיט אויך פֿאַר װי אַזוי די אָרגאַניזאַציע באַהאַנדלט אַזעלכע אינפֿאָרמאַציעס. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, אָבער דורך דעלעגירונג טראָגט דער שפּיטאָל־דירעקטאָר דאָס אַלגעמײנע אַחריות. מיר האָבן אויך אַ דאַטן־שיץ־דעלעגאַט װאָס קאָנטראָלירט אַז מע פֿאָלגט די כּללים אין דער דאַטן־שיץ־פֿאַראָרדענונג.
װי אַזוי באַשיצט מען מײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס
בכלל האָבן נאָר זײ װאָס נײטיקן זיך אין די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס צוטירט צו זײ. ס'זענען דאָ רוטינען און סיסטעמען װעלכע פֿאַרזיכערן אַז מע באַהאַנדלט די אינפֿאָרמאַציעס אויף אַ זיכערן אופֿן.
אינעם געזונט־סעקטאָר זענען אויך פֿאַראַן כּללים װעגן װי מען באַשיצט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס.
צי קען מען אַרויסגעבן מײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס צו אַנדערע מענטשן?
לויטן פּרינציפּ װעגן עפֿנטלעכקײט האָבן אַלע מענטשן אַ רעכט צו אײַנבליקן אין דער אַרבעט פֿון מלוכישע אינסטאַנצן, דורף למשל עפֿנטלעכע דאָקומענטן. דערמיט, קען מען פֿאָדערן אַן עפֿנטלעכן דאָקומענט װאָס האַלט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס לויטן פּרינציפּ װעגן עפֿנטלעכקײט – נישט אָפּהענגיק פֿון דער איניציאַלער סיבה פֿאַר װאָס מען האָט קודם־כּל באַהאַנדלט די אינפֿאָרמאַציעס.
דאָס רעגט צו זען עפֿנטלעכע דאָקומענטן גילט אָבער נישט װען די דאָקומענטן האַלטן בסודיקע אינפֿאָרמאַציעס, לויטן געזעץ װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט. די דאַטן־שיץ־פֿאַראָרדענונג באַגרענעצט ניט דעם קאָנסטיטוציאָנעלן פּרינציפּ װעגן עפֿנטלעכקײט.
אַ מאָל מוזן מיר אַרויסגעבן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר צו אַנדערע מענטשן. למשל גיט מען איבער אינפֿאָרמאַציעס פֿונעם געזונט־סעקטאָר צו דער סאָציאַל־אַדמיניסטראַציע אָדער דעם אינספּעקטאָר פֿון געזונט און אָפּהיט. אַ מאָל מוזן מיר אויך איבערגעבן אינפֿאָרמאַציעס צו, למשל, דער פּאָליצײ אָדער דעם סאָציאַלדינסט.
װי לאַנג היט מען אויף מײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס?
מע טאָר ניט אויפֿהיטן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס נאָך דעם װאָס מען דאַרפֿן זײ נישט מער. דאָס הײסט אַז װען מען, לויט דער אײַנזאַמלונג־סיבה, נײטיקט זיך נישט מער אין די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, מוז מען זײ אויסמעקן (לאַגער־עלימינירונג).
װען ס'קומט צו מלוכישע אינסטאַנצן איז דאָ אַן אויסנעם פֿון דעם פּרינציפּ װעגן לאַגער־עלימינירונג. אינסטאַנצן מוזן אויפֿהיטן עפֿנטלעכע דאָקומענטן װאָס מע זאָל אָפּהיטן פֿאַר דער צוקונפֿט, אויך נאָך דעם װאָס מען נײטיקט זיך נישט מער אין די דאָזיקע דאָקומענטן אין דער אָרגאַניזאַציעס אַרבעט. דאָס הײסט אַז װען אַ פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אין אַן עפֿנטלעכן דאָקומענט װאָס מען זאָל אויפֿהיטן פֿאַר דער צוקונפֿט, קען שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר עס אויפֿהיטן אויך נאָך דעם װאָס מען נײטיקט זיך נישט מער אין דער אינפֿאָרמאַציע פֿאַר דער איניציאַליר סיבה.
מיר היטן אָפּ און װאַרפֿן אַװעק עפֿנטלעכע דאָקומענטן לויט די באַשטימונגען באַשטימט פֿון דער קאַונטי אַרכיװ־אינסטאַנץ.
װאָס זענען מײַנע רעכט?
דו װאָס האָסט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס רעגיסטרירט בײַפ שטאָקהאָלם קאַונטיס געזנט־סעקטאָר האָֹסט עטלעכע רעכט װאָס שײך אינפֿאָרמאַציע װעגן און קאָנטראָל איבער דײַנע אינפֿאָרמאַציעס.
דו האָבט אַ רעכט צו קריגן אַ קאָפּיע פֿון די רעגיסטרירטע אויפֿאָרמאַציעס װעגן דיר. דו האָסט אויך אַ רעכט צו פֿאָדערן אַ פֿאַררויכטונג װען די רעגיסטרירטע אינפֿאֳרמאַציעס האַלטן אַ פֿעלער. דו האָסט, אויך, אַ רעכט צו אַפּעלירן די באַהאַנגלונג פֿון דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס און אַ פּאָר מאָל אַפֿילו אויסמעקן אינפֿאָרמאַציעס.
די רעכט זענען אָפּהענגיק פֿון דער געזעצלעכער סיבה מע האָט געניצט כּדי צו אײַנזאַמלען די אינפֿאָרמאַציעסץ דאָס הײסט אַז פֿאַרשײדענע רעכט גילטן אין פֿאַרשײדענע סיטואַציעס.
װאָס טו איך װען איך בין נישט צופֿרידן?
טאָמער, ביסטו נישט צופֿרידן מיט דער באַהאַנדלונג פֿון דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס, זאָלסטו קודם־כּל שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן אָפּטײל װאָס טראָגט דאָּס אַחריות פֿאַר דער דאָזיקער באַהאַנדלונג.
װי אַ פּאַציענט קענסטו זיך אויך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן פּאַציענט־אַמט.
דו האָסט אויך אַ רעכט צו איבערגעבן באַמערקונגען צום דאַטן־אינספּעקטאָר װען דו מײנסט אַז מע האָט באַהאַנדלט דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אויף אַ נישט גוטן אופֿן.
מער אינפֿאָרמאַציע און קאָנטאַקט
אויב דו האָסט פֿראַגעס װעגן דער באַהאַנדלונג פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אָדער דײַנע רעכט לויט דער דאַטן־שיץ־פֿאַראָרדענונג, אָדער װילסט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזער דאַטן־שיץ־דעלעגאַט, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז דורך:
פּאָסט: Postadress: Dataskyddsombudet, Stockholms läns sjukvårdsområde, Box 43436, 104 31 Stockholm,
טעלעפֿאָן: 08-12340000 (טעלעפֿאָניסט)
בליצפּאָסט: : gdpr.slso@sll.se (גיב אַכט, שיק נישט קײן פּאַציענט־אינפֿאָרמאַציעס דורך בליצבריװ)