באַמערקונגען און טענות

מיר װילן גערן הערן װעגן דײַנע מײנונגען װעגן דײַנע אָדער אַ קרובֿס איבערלעבונגען אין דעם געזונט־סעקטאָר. די באַנערקונגען העלפֿן אונדז פֿאַרבעסערן אונדזערע רוטינען און מעטאָדן.

שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן אָפּטײל װאָס האָט דיר באַהאַנדלט

דו קענסט װען סע זאָל נישט זײַן איבערגעבן אַ באַמערקונג װעגן דעם געזונט־סעקטאָר. דו קענסט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַקטועלער אָרגאַניזאַציע אָדער קליניק. דער געזונט־באַזאָרגער װאָס האָט דיר באַהאַנדלט װעט בעסט קענען דערקלערן װאָס איז געשען און פֿאַרבעסערן די אַרבעט כּדי עס זאָל נישט װידער געשען. דו קענסט זײַן אַנאָנים, אָבער דאַן קענען מיר דיר נישט ענטפֿערן.

װען דו האָסט דײַנע באַמערקונגען איבערגעגעבן זאָל די אַקטועלע אָרגאַניזאַציע, ערשטנס, באַשטעטיקן  אַז מע האָט געקראָגן די באַמערקונגען. דו זאָלסט באַקומען אַן ענטפֿער אין משך פֿון פֿיר װאָכן, אָבער ס'קען זײַן אַז אַ קאָמפּליצירטער ענין דויערט אַ ביסל מער. טאָמער, ביסטו אונטער 18 יאָר, װילן מיר אַלע מאָל ענטפֿערן פֿריער פֿון פֿיר װאָכן. דער ענטפֿער זאָל זײַן פֿאַרשטענדלעך.

פֿראַגעס װעגן אָפּהיט־באַדאַרף אָדער קרענק־צושטאַנד

טאָמער, האָסטו פֿראַגעס װעגן אָפּהיט־באַדאַרף אָדער אַ קרענק־צושטאַנד, זאָלסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט '1177 געזונט־עצות' אָדער דײַן קליניק.

פּאַציענטן־װעגװײַזער

דו קענסט איבערגעבן דײַנע באַמערקונגען אָדער טענות צום פּאַציענטן־װעגװײַזער אין שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר.

שרײַב אַ בריװ, און פֿאַרגעסט נישט דײַנע קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציעס, טאָ מיר קענען דיר ענטפֿערן. װילסטו נישט האָבן קײן ענטפֿער, קענסטו אונדז אַנאָנים צושיקן די באַמערקונגען.

שיק דעם בריװ צו צו:

Stockholms läns sjukvårdsområde

Patientvägledare

Box 45436

104 31 STOCKHOLM

דו קענסט אויך אָנקלינגען אונדזער פּאַציענטן־װעגװײַזער. טעלעפֿאָן־נומער 08-12340040.