דער מעדיצינישער רעקאָרד

יעדער געזונט־אָפּהיט איז דאָקומענטירט געװאָרן אין דײַן מעדיצינישן רעקאָרד.

בסודיקײט

קײנער, װאָס האָבן נישט קײן אָפּהיט־שײַכות מיט דיר, זאָל קענען לײענען די אינפֿאָרמאַציעס אין דײַן מעדיצינישן רעקאָרד. מיר טײלן זיך אויך נישט מיט די אינפֿאָרמאַציעס מיט אַנדערע געזונט־באַזאָרגערס אָן דײַן באַשטעטיקונג. אויך נישט מיט קרובֿים נאָך דײַן אַכטצענטן געבורסטאָג.

סע זענען דאָ ספּעציעלע כּללים װעגן אינפֿאָרמאַציע צו קינדער אונטער 18 יאָר, װאָס איז אַ קרובֿ צו עמעצן קראַנק.

דער פֿאַרבונדנער מעדיצינישער רעקאָרד

כּדי צו אָנבאָטן דעם בעסטן געזונט־אָפּהיט ניצן די קאַונטיס אין שטאָקהאָלם און גאָטלאַנד אַן אַזוי גערופֿנעם פֿאַרבונדנעם מעדיצינישן רעקאָרד. דאָס הײסט, אַז מיר און אַ סך אַנדערע געזונט־באַזאָרגערס – למשל שפּיטאָלן – קענען זען דײַן גאַנצן מעדיצינישן רעקאָרד. מיר טוען אַזוי כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז דו קריגסט די ריכטיקע באַהאַנדלונג.

דו מוזט אָבער אַלע מאָל באַשטעטיקן אַז מיר טײלן מיט דײַנע אינפֿאָרמאַציעס פֿונעם מעדיצינישן רעקאָרד מיט אֲנדערע געזונט־באַזאָרגערס.

דער ציל מיטן פֿאַרבונדנעם מעדיצינישן רעקאָרד איז צו קרידן אַ בעסער בילד פֿון װי אַזוי דו נײטיקסט זיך אין געזונט־אָפּהיט און פֿאַרזיכערן אַז דײַנע אינפֿאָרמאַציעס זענען דערהײַנטיקט. דו זאָלסט פּשוט נישט דאַרפֿן דערצײלן דײַן גאַנצע אָפּהיט־געשיכטע יעדנ מאָל דו באַזוכסט אַ נײַעם געזונט־באַזאָרגער.

דײַנע אינפֿאָרמאַציעס זענען באַשיצט לויטן געזעץ װעגן פּאַציענט־דאַטן.

דו קענסט נײן זאָגן

דו האָסט אַ רעכט זיך אָפּצוזאָגן פֿון פֿאַרבונדנעם מעדיצינישן רעקאָרד. אויב דו װילסט דאָס טאָן, דערצײל אַ געזונט־אַרבעטער. ער װעט דיר העלפֿן אַפּליקירן אויף שליסן דײַן מעדיצינישן רעקאָרד און אויך דערצײלן װעגן די עפֿעקטן.

די אינפֿאָרמאַציעס אין דײַן מעדיצינישן רעקאָרד װערן אַזוי נישט צוטריטלעך צו אַנדערע געזונט־באַזאָרגערס. טאָמער, איז דײַן מעדיצינישער רעקאָרד געשלאָסן, מוזטו אַלײן דערצײלן די אינפֿאָרמאַציעס צו די געזונט־אַרבעטערס בײַ דײַנע אַנדערע געזונט־באַזאָרגערס כּדי זײ זאָלן קענען דיר באַהאַנדלן אויפֿן בעסטן אופֿן.

עלטערן קענען נישט שליסן זײערע קינדערס מעדיצינישע רעקאָרדן. מיט דער צײַט קענען עלטערע און צײַטיקע קינדער אונטער 18 יאָר אַלײן באַשליסן װעגן זײער מעדיצינישן רעקאָרד.

דו האָסט אַ רעכט צו זען װער האָט דײַן רעקאָרד געלײענט

פּאַציענטן האָבן דאָס רעכט צו זען אַ רשימה איבער די מענטשן װעלכע האָבן געלײענט זײער מעדיצינישן רעקאָרד. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן אָפּטײל אָדער קליניק װאָס האָט דיר באַהאַנדלט און פֿרעג נאָך אַן לאָג־אויסצוג. אינעם לאָג־אויסצוג קענסטו זען װען און פֿון װאָס אָפּטײל מענטשן האָט געעפֿנט דײַן מעדיצינישן רעקאָרד.

דער לאָג־אויסצוג איז צוגעפּאַסט אַזוי אַז מע זאָל גרינג קענען זען װאָס געזונט־אָפּטײל האָט געזען דעם רעקאָרד און װען דאָס איז געשען.