- פּאַציענטן־זיכערקײט
- דײַן אָנטײלנעמונג
- דער מעדיצינישער רעקאָרד
- קװאַליטעט־רעגיסטער
- געזעצן און כּללים
- באַמערקונגען און טענות
- געזונט־אָפּהיט צו דער ריכטיקער צײַט
- 1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות
- Trygg och säker vård
- Befintlig sida: געזעצן און כּללים
געזעצן און כּללים
געזעצן און כּללים רעגולירן דעם געזונט־סעקטאָר כּדי צו שאַפֿן אַ זיכערן געזומט־אָפּהיט. דאָ איז אַ פּאָר פֿון די געזעצן װאָס גילטן פֿאַרן אָפּהיט בײַ אונדז.
װען דו שטעלסט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־סעקטאָר רעגיסטרירן מיר אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר. ס'איז פּינטלעך באַשטימט װי דער געזונט־סעקטאָר מעגט יאָ צונויפֿזאַמלען און ניצן פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. דערפֿאַר, טראָגט מיר דאָס װיכטיקע אַחריות צו באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אויף אַ ריכטיקן אופֿן כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ גוטע און זיכערע אָרגאַניזאַציע װאָס אויך באַשיצט דײַן אָרנטלעכקײט.
ס'זענען דאָ עטלעכע סיטואַציעס װען מיר באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. די געװײנלעכסטע סיטואַציעס זענען:
- אַ פֿאַרצײכענונג אין דעם מעדיצינישן רעקאָרד.
- מעדיצינישע סטאַטיסטיק
- אָרגאַניזאַטאָרישע אָפּשאַצונגען און דאָס קװאַליטעט־פֿאַרזיכערן דעם געזונט־סעקטאָר.
- די װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג װעגן געזונט.
- פּערסאָנאַל־ענינים, למשל לוין, קראַנק־מעלדונגען און אַרבעט־אַפּליקאַציעס.
די רעגולירנדיקע געזעצן און כּללים
מע מעגט נאָר צונויפֿזאַמלען און באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װען מען האָט אַ רעכט דאָס צו טאָן. מע טאָר נישט צונויפֿזאַצלען אַזוינע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס װאָס מען נײטיקט זיך ניט אין דעם. מע טאָר אויך נישט אויפֿהיטן די אינפֿאָרמאַציעס נאָך דעם װאָס מע האָט זי געניצט פֿאַרטיק אָדער זי באַהאַנדלען אויף אַן אַדערן אופֿן װי מע האָט ערשטנס געזאָגט.
װי אַזוי מען קען באַהאַנדלען דײַנע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס איז באַשטימט אין עטלעכע געזעצן װעלכע שיצן דײַן אָרנקײט; למשל דאָס געזעץ װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט, די פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ און דאָס געזעץ װעגן פּאַציענט־דאַטן. די פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ (מע רופֿט זי אויך GDPR) איז אַ נײַע פֿאַראָרדענונג אין דער אײ"פֿ װאָס פֿאַרבײַט דאָס פֿריערדיקע געזעץ װעגן פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע.
טאָמער, האָסטו פֿראַגעס װעגן אונדזער באַנהאַמנדלונג פֿון פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אָדער דײַנע רעכט לויט דער פֿאַראָרדענונג װעגן דאַטן־שיץ, אָדער װילסט שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזער דאַטן־שיץ־אַדמיניסטראַטאָר, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז.
אַדרעס: Dataskyddsombudet, Stockholms läns sjukvårdsområde, Box 43436, 104 31 Stockholm
טעלעפֿאָן: 08-12340000 (טעלעפֿאָניסט).
בליצפּאָסט: gdpr.slso@sll.se. גיב אַכט, שיק קײן מאָל נישט פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אין בליצבריװ.
דאָס געזעץ װעגן פּאַציענט־דאַטן
די כּללים װעגן דעם באַהאַנדלען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אין דעם געזונט־סעקטאָר זענען דאָ אין דעם געזעץ װעגן פּאַציענט־דאַטן.
דאָס געזעץ רעגולירט למשל:
- דער מעגלעכקײט פֿאַר גזונט־אַרבעטערס װאָס באַטײליקן זיך אין דעם אָפּהיט פֿון אַ פּאַציענט צו זען די נײטיקע אינפֿאָרמאַציעס אין דעם מעדיצינישן רעקאָרד, אויך װען דעם רעקאָרד געהערט צו אַן אַנדערער געזונט־אָרגאַניזאַציע
- כּללים װעגן װער אין דעם געזונט־סעקטאָר װאָס מעגן יאָ זען די פּאַציענט־אינפֿאָרמאַציעס
- דעם פּאַציענטס רעכט צו אויסמעקן אינפֿאָרמאַציעס פֿון זײַן מעדיצינישן רעקאָרד דורך אַן עלעקטראָנישער רעקאָרד־סיסטעם.
דאָס געזעץ װעגן געזונט־אָפּהיט
דאָס געזעץ װעגן געזונט־אָפּהיט איז אַן אַזוי גערופֿן רעם־געזעץ װאָס האַלט גרונטיקע כּללים פֿאַר אַלע מינים געזונט־אָפּהיט. דאָס געזעץ רעגולירט אויך װאָס די געזונט־באַזאָרגערס מוזן אָנבאָטן די פּאַציענטן.
דאָס געזעץ װעגן שטיץ און באַדינונג פֿאַר אַ טײל פֿיזיש געמינערטע (LSS)
דאָס געזעץ איז דאָ כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די פֿיזישע געמינדערטע זאָלן קריגן דעם שטיץ װאָס זײ נײטיקן זיך אין כּדי צו לעבן אַן אַזוי זעלבשטענדיק לעבן װי מעגלעך. LSS איז אַן אַזוי גערופֿן רעכט־געזעץ. דאָס הײסט, אַז דו קענסט נעמען דײַן פֿאַל צו אַ געריכט אויב דו האָסט נישט באַקומען דעם שטיץ װאָס דו האָסט אַ רעכט צו באַקומען.
פּאַציענט־אָפּצאָלן און פֿרײַ־קאַרטל
די קאַונטי־ און קאָמונע־שטײַער באָצאָלט ס'רובֿ הוצאָות פֿון דעם שװעדישן געזונט־סעקטאָר. דער אָפּצאָל דו באַצאָלט אין משך פֿון אַ באַזוך בײַם דאָקטער איז נאָר אַ קלײן טײל פֿונעם פֿאַקטישן פּרײַז.
דאָס פֿרײַ־קאַרטל איז אַ גרענעץ פֿאַר װיפֿל דו קענסט באַצאָלן פֿאַר געזונט־אָפּהיט. אַלע די שװעדישע קאַונטיס האֳבן די זעלבע כּללים װאָס שײך פֿרײַ־קאַרטל. לײען װײַטער װעגן פּאַציענט־אָפּצאָל און פֿרײַ־קאַרטל אויף '1177 געזונט־עצות'.
דאָס געזעץ װעגן פּאַציענטן
דאָס געזעץ װעגן פּאַציענטן גילט פֿונעם 1טן יאַנואַר 2015. דער װיכטיקסטער ציל איז צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציע פֿון די פּאַציענטן און פֿאַרזיכערן אַז מענטשן קענען זיך באַטײליקן אין זײַן געזונט־אָפּהיט.
דורכן געזעץ האָסטו אַ מעגלעכקײט צו אויסקלײַבן באַזאָרגער פֿון מלוכה־פֿינאַנצירטן געזונט־אָפּהיט און דעם אָפֿנעם ספּיציאַליסט־אָפּהיט איבערן גאַנצן שװעדן. דו קענסט זיך אַרײַנשרײַבן אין אַ קאַונטי אַנדערש פֿון דײַן הײם־קאַונטי. די הײם־קאַונטי װעט כאָטש דעם באַצאָלן דעם געזונט־אָפּהיט, אָבער נישט רײַזעס און װוינונג.
אַ װיכטיק טײל געזעץ איז דעם באַזאָרגערס פֿאַרגרעסערטע שולדיקײט צו אינפֿאָרמירן דעם פּאַציענט װעגן די פֿאַרשײדענע אויסקלײַבן, ריסיקעס און מעגלעכקײטן װאָס זענען דאָ. מע זאָל, למשל, אינפֿאָרמירן דעם פּאַציענט װעגן באַהאַנדלונגען און קאָמפּליקאַציעס.
דאָס געזעץ װעגן פּאַציענט־זיכערקײט
דאָס געזעץ װעגן פּאַציענט־זיכערקײט האַלט, למשל, אַז דער געזונט־באַזאָרגער האָט אַ קלאָרער פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט װאָס שײך געפֿינען און פֿאַרריכטן סיסטעם־פֿעלער. אינעם געזעץ װעגן פּאַציענט־זיכערקײט זענען אויך דאָ רוטינען װאָס שײך טענות און װי אַזוי מען אַרבעט אַדמיניסטרירט זײ. װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דער אַרבעט פֿאַר פּאַציענט־זיכערקײט איז דאָ אוטער דער קאָפּן־שורה 'זיכער געזונט־אַָּהיט' אויבן.
די פֿליכט צו האַלטן דעם סוד און בסודיקײט
יעדער אַרבעטער אין דעם געזונט־סעקטאָר האָט אַ פֿליכט צו האַלטן דעם סוד. דאָס הײסט אַז מע טאָר נישט פֿאַרשפּרײטן אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן קאָנטאַקט מיטן געזונט־סעקטאָר און דײַן געקראָגנע באַהאַנדלונג, אָן דײַן דערלויבעניש. דער אָ כּלל קומט פֿונעם געזעץ װעגן עפֿנטלעכקײט און בסודיקײט און גילט פֿאַר אַלע װאָס אַרבעטן אינעם עפֿנטלעכן געזונט־סעקטאָר.
אָפּהיט־גאַראַנטיע
די אָפּהיט־גאַראַנטיע איז אַ טײל פֿונעם געזעץ װעגן געזונט און געזונט־אָפּהיט. די גאַראַנטיע באַשטימט װען די קאַונטיס זאָלן דיר אָנבאָטן געזונט־אָפּהיט. די אָפּהיט־גאַראַנטיע באַשטימט אָבער נישט אויב דו װעסט קריגן אָפּיהיט און, אויב אַזוי, װאָס מין אָפּהיט דו װעסט קריגן.