- Vård hos oss
- Befintlig sida: נויטפֿאַל
נויטפֿאַל
אין משך פֿון אַ נויטפֿאַל צוליב לעבנסגעפֿערלעכע קרענקען אָדער װוּנדן, קלינג תּמיד אָן 112.
1177 גיט עצות
טאָמער, װײסטו ניט װאָס געזונט־אָפּטײל צו באַזוכן, קענסטו אָנקלינגען 1177. קענסטו רעדן מיט אַ געניטער קראַנקן־שװעסטער װאָס װעט דיר העלפֿן געפֿינען דעם בעסטן געזונט־אָפּהיט.
פֿאַרבינדונג־טעקסט: זוך אָפּהיט בײַם בעסטן אָפּטײל
די קליניק
די קליניק איז די ערשטע ברירה װען דו דאַרפֿסט זיך טרעפֿן מיט אַ דאָקטער אָדער אַ קראַנקן־שװעסטער. מע באַזוכט אַ קליניק װען מען האָט אַ הויכן פֿיבער, אורין־, לונגען־ אָדער הויט־אינפֿעקציע, אַ גװאַלדיקע פֿאַרערגערונג פֿון אַ קראָנישער קרענק, אַ װוּנד אָדער אַן אויסשלאָג. די קליניק איז אָפֿן בײַטאָג אַלע װאָכנטעג.
פֿאַרבינדונג־טעקסט: דאָ געפֿינסטו אַלע אונדזערע קליניקעס
די דיזשורנירנדיקע קליניקעס אָנלײַן אַלע טאָג
דו קענסט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזערע קליניקעס און דיזשורנירנדיקע קליניקעס אין אַ װידעאָ־זיצונג דורך דער אַפּליקאַציע 'תּמיד אָפֿן' (Alltid öppet).
אונדזער דיגיטאַלישע דיזשורנירנדיקע קליניק איז אָפֿן אַלע טאָג 7-21 אַ זײגער.
פֿאַרבינדונג־טעקסט: לײען װײַטער װעגן דער אַפליקאַציע 'תּמיד אָפֿן'
דיזשורניר־אויטאָ
עס זענען אויך דאָ דיזשורניר־אויטאָס (Jourläkarbil) װאָס מע פֿירט בײַאָװנט, בײַנאַכט און שבת־זונטיק. זײ זענען פֿאַראַן פֿאַר זײ װעלכע נײטיקן זיך אין אָפּהיט אָבער קענען נישט פֿאָרן צו דער קליניק. קלינג אָן 1177 אויב דו װילסט אָנרופֿן אַ דיזשורניר־אויטאָ.
נאָענטער נויטפֿאַל־זאַל
בײַם נאָענטן נויטפֿאַל־זאַל קענען דערװאַקסענע און קינדער אין אַלע עלטער באַקומען הילף מיט ערנסטע קרענקען און אַװאַריעס װאָס זענען ניט לעבנסגעפֿערלעך. דער נאָענטער נויטפֿאַל־זאַל איז פֿאַראַן פֿאַר זײ װאָס נײטיקן זיך אין נויט־אָפּהיט נישט פֿאַראַן בײַ די געװײנלעכע קליניקעס, אויך נישט בײַ די דיזשורנירנדיקע קליניקעס. למשל װען מע האָט עפּעס אַ בײן צעבראָכן, האָט אַ מוח־צעטרײסלונג, גרעסערע װוּנדן, אַ גלײבלעכן בלוטקלומפּ אין די פֿיס און גװאַלדיקע אַלערגישע פּראָבלעמען. קינדער פֿון 0 יאָר אַלט קענען באַזוכן דעם נאָענטן נויטפֿֿאַל־זאַל.
פֿאַרבינדונג־טעקסט: דאָ זענען אונדזערע נאָענטע נויטפֿאַל־זאַלן.
די נויטפֿאַל־זאַלן בײַ די שפּיטאָלן
טאָמער, האָט מען ערנסטע אָדער לעבנסגעפֿערלעכע קרענקען און װוּנדן, קען מען באַזוכן די נויטפֿאַל־זאַלן בײַ די שפּיטאָלן. קלינג אָן 112 אָדער 1177 כּדי צו קומען צום ריכטיקן נויטפֿאַל־זאַל.