אַרבעט בײַ אונדז
װילסטו גײען צו דער אַרבעט מיטן געפֿיל אַז דו ביסט װיכטיק יעדן טאָג, זאָלסטו אַרבעטן בײַ אונדז.
בײַ אונדז זענען דאָ באַטײַטיקע, הנאהדיקע און שפּאַנענדיקע אַרבעטן װאָס געבן אַ סך צוריק צו דיר און באָטן אָן גוטע אַנטװיקלונג־מעגלעכקײטן. אונדזערע מיטאַרבעטערס האָבן אַ דעה אין װירקן אויפֿן אַרבעטסטאָג.
די װיכטיקסטע אַרבעט אין שװעדן װאַרט אויף דיר
ס'איז ממש אַ פֿאַקט אַז שװעדנס װיכטיקסטע אַרבעטן זענען דאָ אין דעם געזונט־סעקטאָר.
שטאָקהאָלם קאַונטי װאַקסט גיך און אַ סך און אונדזער געזונט־סעקטאָר אַנטֹװיקלט זיך אויף אַ שפּאַנענדיקן אופֿן. װילסטו אויך האָבן אַ דעה אויך דער דאָזיקער אַנטװיקלונג?
אונדז געפֿעלט די פֿילמיניקײט פֿון מענטשן און מיר געבן דיר אַ מעגלעכקײט צו אַרבעטן מיט און אַנטװיקלען דײַנע אײגענע אינטערעסן.
אַן אַרבעט װאָס גיט אַ סך צטריק צו דיר
אונדזער אָרגאַניזאַציע פֿירט זיך אָן מיט דער אַרבעט טאָג װי נאַכט און באָט אָן געזונט־אָפּהיט פֿון דער העכסטער קװאַליטעט אין שטאָקהאָלם קאַונטי. מיר זענען דאָ אין אַ סך מינים אָרגאַניזאַציעס און האָבן הײַנט בערך 11500 מיטאַרבעטערס אין הונדערטע פֿאַרשײדענע מינים שטעלעס. אונדזערע גרעסטע אַרבעט־גרופּעס זענען קראַנקן־שװעסטער, דאָקטוירים און אָפּהיטערס.
מיר לערנען זיך דער אײנער פֿון דעם צװײטן און אַרבעטן כּסדר צו געפֿינען נײַע אַרבעט־פֿאָרמען. אַלץ כּדי צו טרעפֿן זיך מיט און באַדינען אונדזערע באַזוכערס אויפֿן בעסטן אופֿן.
געמײנזאַמע װערטן
װען דו אַפּליקירט אויף אַ שטעלע בײַ אונדז װילן מיר, אַװדאי, אַז דו אויך האָט די זעלבע גרונט־װערטן: פּאַציענט־פֿאָקוס, גלײַכרעכטיקײט פֿאַר אַלע און צופֿרידנקײט בײַ דער אַרבעט.
דײַן טאָגטעכלעכע אַרבעט פֿאֳַרענדערט אַ סך מענטשנס לעבנס.