דײַן אָנטײלנעמונג

ס'איז װיכטיק אַז דו װאָס איז אַ פּאַציענט קען זיך באַטײליקן אין די באַשלוסן װעגן דײַן אָפּהיט. דאָס פֿאַרבעסערט דעם שאַנס װאָס מיר קענען העלפֿן דיר מיטן קריגן אַ בעסער לעבנס־קװאַליטעט.

דער ציל איז אַז אי דו, דער פּאַציענט, אי דײַנע קרובֿים זאָלן קענען װירקן אויף דײַן געזונט־אָפּהיט. עס זענען דאָ עטלעכע פֿאַרשײדענע פֿאָרומען פֿאַר דעם.

עטלעכע פֿון אונדזערע אָרגאַניזאַציעס האָבן פּאַציענט־ און קרובֿים־ראָטן. עס זענען אויך אַ סך אינטערעס־אָרגאַניזאַציעס װאָס קענען דיר העלפֿן קריגן דײַנע רעכט אָדער דיר שטיצן אויף אַנדערע אופֿנים. פֿרעג דײַנע לאָקאַלע קליניק אָדער אָפּטײל װעגן דײַנע מעגלעכקײטן.

דײַן מײנונג איז װיכטיק

אַ פּאָר, צופֿעליק אויסגעקליבנע, פּאַציענטן אין דעם שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר קריגן אַ פּאַציענט־אַרומפֿרעג אין דעם פּאָסטקעסטל. מיר זענען דאַנקבאַר אויב דו װילסט אונדז העלפֿן פֿאַרבעסערן דעם געזונט־סעקטאָר דורך ענטפֿערן די פֿראַגעס. טאָמער, פּאַסט עס זיך נישט אַזוי גוט װען דו קריגסט דעם אַרומפֿרעג, קענסטו תּמיד רעדן מיט דײַן קליניק כּדי צו װערן אויסגענומען פֿונעם אַרומפֿרעג.

דו מוזט, אַװדאי, נישט װאַרטן אויפֿן אַרומפֿרעג, נאָר קענסט װען עס זאָל נישט זײַן איבערגעבן דײַנע באַמערקונגען װעגן דעם געזונט־סעקטאָר.