געזונט־אָפּהיט צו דער ריכטיקער צײַט

מיר װילן אַז דו זאָלסט קריגן געזונט־אָפּהיט צו דער ריכטיקער צײַט, אָבער דאַרפֿסטו כאָטש דעם װאַרטן צו לאַנג, גילטן די אָ כּללים.

דער 30 מינוט־כּלל

טאָמער, האָסטו רעזערװירט אַ צײַט פֿאַר אַ באַזוך און מוז װאַרטן מער װי 30 מינוט, האָסטו אַ רעכט צו צוריקקריגן דעם אָפּצאָל דו האָסט באַצאָלט. דו מוזט אָבער צוריקפֿאָדערן דאָס געלט פֿאַר דעם װאָס דו גײסט אַװעק פֿון דער קליניק. דו װעסט אָבער יאָ נאָך קריגן דעם חותם אין דײַן פֿרײַקאַרטל.

דער 30 מינוט־כּלל גילט נישט װען ס'קומט צו באַזוכן בײַ דיזשורירנדיקע קליניקעס אָדער נויטפֿאַל־זאַלן. אויך נישט אויב דו באַזוכסט אַ בחינמען אָפּטײל.

אָפּהיט־גאַראַנטיע

טאָמער, ביסטו איבערגעשיקט צו אונדז פֿון אַן אַנדערן געזונט־באַזאָרגער, זאָלסטו נישט דאַרפֿן װאַרטן מער װי 30 טאָג פֿאַר דײַן ערשטן באַזוך.

װען מע האָט פֿעסטגעשטעלט דײַן באַהאַנדלונג זאָלסטו נישט דאַרפֿן װאַרטן מיר װי 90 טאָג פֿאַר דעם װאָס מען הײבט זיך אָן מיט דער באַהאַנדלונג. אַן אויסנעם איז װען עס איז פֿאַראַן אַ מעדיצינישער גרונד פֿאַרן װאַרטן. דאָס קען למשל זײַן אַז דו מוזט קומען צו די כּוחות נאָך אַן ערנסטער קרענק, פֿאַר דעם װאָס מען קען זיך אָנהײבן מיט דער באַהאַנדלונג.