ברוך־הבא אין שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר
מיר באָטן אָן געזונט־אָפּהיט אָנגעפֿירט פֿון שטאָקהאָלם קאַונטי. אונדזערע אָפּטײלן און אָרגאַניזאַציעס זענען דער ערשטער קאָנטאַקט מיט דער געזונט־סבֿיבֿה פֿאַר אַ סך מענטשן. מיר זענען בערך 12000 מיטאַרבעטערס.
אין משך פֿון אַ יאָר האָבן מיר פֿינף מיליאָן פּאַציענט־באַזוכן אין דעם עפֿנטלעכן געזונט־סעקטאָר און 600.000 גאַנצע מעת־לעתן אין דעם מעת־לעת־אָפּהיט. דערמיט, זענען מיר אײן פֿון די גרעסטע געזונט־באַזאָרגערס אין שװעדן.
מיר פֿירן זיך אָן מיט אַרבעט אינעם רובֿ קאָמונעס אין שטאָקהאָלם קאַונטי און אין אַלע דיסטריקטן. ס'װוינט בערך צװײ מיליאָן מענטשן אין דער קאַונטי װוינען בערך צװײ מיליאָן מענטשן.
מיר טראָגן אַ גרויס אַחריות
מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר װיכטיקע זאַכן און אַרבעטן תּמיד כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־אָפּהיט. אונדזער איבערצײַגונג איז אַז דער געזונט־אָפּהיט װערט בעסער װען מען נעמט אָן באַשלוסן נאָענט צו די פּאַציענטן און קרובֿים. אונדזערע אָרגאַניזאַציעס פֿירן אָן מיט זײער אַ זעלבשטענדיקער אַרבעט און טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר זײערע אײגענע רעזולטאַטן.
לויט אונדזער ציל, זאָלן מיטאַרבעטערס האָבן די ריכטיקע מעגלעכקײטן כּדי צו קענען געבן דעם ריכטיקן געזונט־אָפּהיט אין זײער טאָגטעגלעכער אַרבעט. כּדי צו זײַן הצלחהדיק מיט דעם, מוזן אַלע אַרבעטן מיט אַ קלאָרן פֿאָקוס, אי אין דער אײגענער אָרגאַניזאַציע, אי אין דער קאָאָפּעראַציע מיט אַנדערע געזונט־באַזאָרגערס.
אונדזער װֹיזיע, װערטן און אָרגאַניזאַטאָרישע פּרינציפּן פֿאַרלײגן דעם יוסד פֿון אונדזער אַרבעט מיט פֿעסטשטעלן צילן פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע.
מיר זענען אַן עפֿנטלעכע פֿאַרװאַלטונג פֿינאַנצירט פֿון מלוכה־געלט, און מיר האַלטן דורכזעיִקײט און דעם עולמס רעכט צו אַײנבליק פֿאַר זײער װיכטיק.