פּאַציענטן־זיכערקײט

מיר שטרעבן צו האָבן זיכערקײט אויף דער אַגענדע פֿון אַלע ענינים װאָס האָבן צו טאָן מיטן געזונט־אָפּהיט.

דערפֿאַר, װילן מיר אַז אַלע זאָלן פֿאַרשטײן אַז ס'טרעפֿט זיך אַ מאָל אַז מען מאַכט אַ פֿעלער אין דעם געזונט־אָפּהיט. פֿעלערן זענען אָבער נישט צופֿעליק, אָבער קען למשל געשען צוליב שלעכטע רוטינען אָדער אַ טעותדיקער אָרגאַניזאַציע.

װײַל פֿעלערן איז עפּעס װאָס זאָל זײַן אַן אומנאָרמאַלקײט אין דעם געזונט־אָפּהיט, רעדן מיר אָפֿט מאָל װעגן אָפּגעבן אַ ראַפּאָרט װעגן און באַהאַנדלען אומנאָרמאַלקײטן.

װען עפּעס איז געשען

װען אַן אומנאָרמאַלקײט איז געשען און עמעצער איז פֿאַרװוּנקיקט פֿון דעם, מוזן אַלע װאָס אַרבעטן אין דעם געזונט־סעקטאָר תּמיד אָפּגעבן אַ ראַפּאָרט װעגן דעם. צי האָסטו געװוּסט אַז מיר געבן אויך אָפּ אַ ראַפּאָרט װעגן סיטואַציעס װוּ עס איז דאָ אַ ריזיקע אַז עמעצער װאָלט געקענט װערן פֿאַרװוּנדיקט, נישט געקוקט אויף דעם װאָס עס איז נאָך נישט געשען?

מיר פֿאָרשן אויס דאָס געשעעניש (די אומנאָרמאַלקײט) און פֿירן דורך פֿאַרבעסערונגען כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז עפּעס אַזוינס װעט נישט װידער געשען. טאָמער, װאָלט אַ װוּנד ציליבן אָפּהיט געשען, זאָל דער פּאַציענט אָדער אַ קרובֿ צום פּאַציענט קריגן די נײטיקע אינפֿאָרמאַציע.  

מע זאָל אויך איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מען מעלדט דעם אינספּעקטאָר פֿאַר געזונט־אָפּהיט (IVO), דעם פּאַציענט־אַמט, די קאַונטיס געמײנזאַמע פֿאַרזיכער־פֿירמע און די מעדיצין־פֿאַרזיכערומג װעגן דעם געשעעניש.

סיסטעמאַטישע מעטאָדן געבן גוטע רעזולטאַטן

אונדזערע מיטאַרבעטערס קריגן אַן אויסבילדונג װעגן סיסטעמאַטישן ריזיקע־ און גרונט־אַנאַליז. יעדער אָפּטײל מוז האָבן, צום װײניקסטנס, אײן מיטאַרבעטער װאָס װיסן מער װעגן דעם. אַלע אָפּטײלן האָבן לאָקאַלע סטראַטעגיעס פֿאַר זײער פּאַציענטן־זיכערקײט־אַרבעט.

די ריזיקע־ און גרונט־אַנאַליזן זענען אויך דערגעפֿירט אויף אַ צענטראַלן ניװאָ. דערמיט קענען מיר תּמיד אָפּשאַצן די פּאַציענטן־זיכערקײט.

דו קענסט צוהעלפֿן

מע שאַפֿט נישט גיך אַ זיכערקײט־קולטור. זי, די קולטור, איז דער רעזולטאַט פֿון אַלעמענס אָנשטרענגונגען צו שטענדיק אָפּשאַצן אויב מיר טוען די ריכטיקע זאַך אויפֿן בעסטן אופֿן.

דערפֿאַר, װילן מיר גערן אַז דו, דער פּאַציענט, אָדער אַ קרובֿ, זאָלסט אָפּגעבן אַ ראַפּאָרט װעגן פֿעלערן, קענען מיר אויספֿאָרשן פֿאַר װאָס זײ זענען געשען און געפֿינען מעגלעכע פֿאַרבעסערונגען.