קװאַליטעט־רעגיסטער

דער קװאַליטעט־רעגיסטער איז אַן אופֿן פֿאַרן געזונט־סעקטאָר צו אָפּשאַצן און פֿאַרבעסערן די באַהאַנדלונגען פֿון פֿאַרשײדענע קרענקען.

דורך זײַן אין די נאַציאָנאַלע קװאַליטעט־רעגיסטערס העלפֿט מען צו צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־אָפּהיט. װאָס מער מענטשן זענען אין די רעגיסטערס, אַלץ מער סטאַטיסטיש זיכער װערן די רעזולטאַטן. די רעזולטאַטן ניצט מען צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־סעקטאָר.

אַלע די קװאַליטעט־רעגיסטערס האָבן זײער אַ שטאַרקן בסודיקײט־פּאָליס און מען פֿאַרשיפֿרירט די אינפֿאָרמאַציע כּדי קײנער זאָל קענען פֿאַרבינדן דאַטן מיט אַ ספּעציפֿיקן מענטש. װען מען נײטיקט זיך נישט מער אין די אינפֿאָרמאַציעס אין דעם רעגיסטער, מעקט מען זײ אויס.

דײַנע רעכט

פּאַציענטן האָבן אַ רעכט צו װזן װאָס אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר זענען דאָ אין דעם קװאַליטעט־רעגיסטער. אַ מאָל קען מען למשל אויך איבערגעבן אינפֿאָרמאַציעס צו פֿאָרשערס פֿאַר זײער פֿאָרשונג.

דײַן קליניק קען דיר העלפֿן קריגן אַן אויסצוג פֿון די רעגיסטרירטע אינפֿאָרמַציעס װעגן דיר. דו האָסט אויך אַ רעכט צו װיזן צי די אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר קומען פֿון אַן אַנדערער קװאַל װי דער מעדיצינישער רעקאָרד אָדער דײַנע דערצײלונגען.

ס'איז גאָר פֿרײַװיליק צו זײַן אַ טײל פֿון די רעגיסטערס און דײַן באַשלוס װעגן דעם װירקט נישט אויף דײַן געזונט־אָפּהיט. טאָמער, װילסטו נישט זײַן אַ טײל פֿון די רעגיסטערס, זאָלסטו רעדן מיט דײַן קליניק. דו קענסט װען נאָר איבערטראֲכטן דײַן באַשלוס.

צי װילסטו װײַטער אינפֿאָרמאַציע?

אויב דו װילסט װיסן װעלכע קװאַליטעט־רעגיסטערס דײַן קליניק געבן איבער אינפֿאָרמאַציעס צו זײ, זאָלסטו פֿרעגן דײַן געזונט־באַזאָרגער.