די אַרבעט־סבֿיבֿה און געזונט

אין דעם שטאָקהאָלמער געזונט־סעקטאָר זאָלן אַלע אַרבעט־ערטער האָבן אַן אָפֿנעם קלימאַט, אַן אַרבעט גוט פֿאַרן געזונט, אַן אַקטיװ אָנפֿירערײַ, גלײַכרעכטיקײט און פֿילמיניקײט.

דערפֿאַר װילן מיר אַז:

אַלע מיטאַרבעטערס זאָלן פֿילן אַז מע זעט זײ, הערט צו צו זײ, רעספּעקטירט זײ און אַז זײ קענען זיך באַטײליקן אין דעם שאַפֿערײַ.

אונדזערע בעל־הבתים און אָנפֿירערס פֿאַרזיכערן אַז מע קען שאַפֿן אַ גוט אַרבעט־לעבן דורך אַ לאַנג־משכדיקער אַרבעט מיט דער אַרבעט־סבֿיבֿה.

סע זאָל זײַן קלאָר אַז אַלע אָנגעשטעלטע אַרבעטן צוזאַמען.

אַרבעט־ערטער װאָס פֿאַרבעסערן אַרבעטערס געזונט

מיר װילן אַז אונדזערע אָרגאַניזאַציעס זאָלן אַרבעטן כּדי צו פֿאַרבעסערן די אַרבעטערס געזונט. סע האַנדלט זיך װעגן צו זען און אָנבאָטן אַ גוטן מצבֿ דורך:

שאַפֿן אַן אָפֿנע סיטואַציע װוּ אַלע קענען זיך באַטײליקן מיט קלאָרע צילן, רוטינען און ראָלעס

שאַפֿן מעגלעכקײטן כּדי צו אַנטװיקלען די אָרגאַניזאַציע און די קענטשאַפֿט און כּדי צו פּרוּװן נײַע אַרבעט־אויפֿגאַבעס.

רעספּעקטירן און אָפּהיטן יעדן אײנעמס אײגנהײטן – צוזאַמענאַרבעט

געבן און קריגן פֿידבעק

דעם, װאָס מע אַלײן טראָגט דאָס אַחריות װען ס'קומט צו געזונט און לעבן און גרענעצן אין דעם טאָגטעגלעכן לעבן

אָנבאָטן און פּראָמאָטירן געזונטע אַקטיװיטעטן און מאַכן עס גרינג צו אויסקלײַבן געזונטע ברירות

רעהאַביליטאַציע

מיר פֿירן אויך אָן מיט אַן אַקטיװן רעהאַביליטאַציע־פּראָגראַם. אונדזער ציל איז אַז אַלע די װאָס קענען נישט אַרבעטן צוליב קרענקען אָדער װוּנדן זאָלן קענען דאָס טאָן אַזוי גיך װי מעגלעך, דורך אַ גוטער רעהאַביליטאַציע.