- פּאַציענטן־זיכערקײט
- דײַן אָנטײלנעמונג
- דער מעדיצינישער רעקאָרד
- קװאַליטעט־רעגיסטער
- געזעצן און כּללים
- באַמערקונגען און טענות
- געזונט־אָפּהיט צו דער ריכטיקער צײַט
- 1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות
- Trygg och säker vård
- Din journal
- Befintlig sida: לײען דײַן מעדיצינישן רעקאָרד
לײען דײַן מעדיצינישן רעקאָרד
דו האָסט אַ רעכט צו לײענען דײַן מעדיצינישן רעקאָרד און דו קענסט באַשטעלן אַ קאָפּיע פֿון אים.
אויב אַ קרובֿ װיל לײענען דײַן מעדיצינישן רעקאָרד מוזטו דאָס באַשטעטיקן. עס זענען דאָ ספּעציעלע כּללים פֿאַר קינדער אונטער 18 יאָר און אַנדערע אומפֿוליעריקע.
אַזוי טוט מען
שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן קליניק, אָפּטײל אָדער סעקציע װאָס דו האָסט באַזוכט און דערצײל װאָס צײַט־פּעריאָד דו װילסט לײענען. דו דאַרפֿסט אויך איבערגעבן דײַן פֿולשטענדיקע נאָמען, אידענטיפֿיקאַציע־נומער, אַדרעס און טעלעפֿאָן־נומער.
טאָמער, האָסטו באַזטוכט פֿאַרשײדענע געזונט־באַזאָרגערס, מוזטו רעדן מיט ידעדן אײנעם פֿון זײ.
קאָסטן
אויב דו האָסט אַ ריזיקן מעדיצינישן רעקאָרד, אָדער װילסט עטלעכע קאָפּיעס, קען עס זײַן אַז דו מוזט באַצאָלן אַן אָפּדרוק־אָפּצאָל פֿאַר די באַשטעלטע קאָפּיעס.
נישט מער װי נײַן זײַטלעך איז בחינם. פֿון דעם צענטן זײַטל נעמט מען אַן אַדמיניסטראַציע־אָפּצאָל פֿון 50 קרוינען. קומעדיקע קאָפּיעס קאָסטן צװײ קרוינען אַ קאָפּיע.
מע לײגט צו פּאָסט־אָפּצאָל און רעקאָמענדאַציע־אָפּצאָל.
דו האָסט אויך אַ רעכט צו, אײן מאָל אַ יאָר, פֿאָדערן אַ בחינמען אויסצוג פֿון אַלע די רעגיסטרען מיט אינפֿאָרמאַציע װעגן דיר.
אויסנעמען
עס זענען דאָ אַ פּאָר זעלטנע סיטואַציעס אין משך פֿון אַ באַהאַנדלונג װוּ ס'קען זײַן דאָ שטאַרקע מעדיצינישע סיבות צו נישט געבן דיר צוטריט צו דײַן גאַנצן מעדיצינישן רעקאָרד.
דערפֿאַר, באַשליסט אַלע מאָל אַ דאָקטער צי מע קען איבערגעבן דעם מעדיצינישן רעקאָרד, צי נישט. אויך װען אַ קרובֿ פֿאָדערט צוטריט צום רעקאָרד באַשליסט דער דאָקטער.
דער דאָזיקער כּלל איז דאָ נאָר פֿאַר דיר און עס מוז זײַן דאָ זײער אַ שטאַרקע סיבה אויב אַ מען לאָזט נישט איבער אַ מעדיצינישן רעקאָרד. טאָמער, קריגסטו נישט צוטריט צום רעקאָרד, קענסטו דעם באַשלוס אַפּעלירן. אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מע אַפּעלירט דעם באַשלוס זאָל זײַן דאָ אין דער שריפֿטלעכע דערקלערונג װעגן דעם אָפּזאָג.
עלטערן קענען בכלל זען זײערע קינדערס מעדיצינישע רעקאָרדן, אָבער װען דאָס קינד װערט עלטער, אַ יוגנט, מוז אָפֿט מאָל דאָס קינד באַשטעטיקן דעם צוטריט צום רעקאָרד. מע גיט אויך נישט איבער קײן מעדיצינישן רעקאָרד נישט, אויב מען האָט אַ חשד אַז דאָס קינד איז שלעכט באַהאַנדלט אָדער די עלטערן קענען נישט שיצן דאָס קינד.