גיב אַכט די שװינדלערס
עס איז געשען אַז שװינדלערס האָבן אָנגעקלונגען פּאַציענטן. דער געזונט־סעקטאָר אָדער '1177 געזונט־עצות', פֿאַרשטײ זיך, קלינגען בשום־אופֿן נישט אָן כּדי צו פֿאָדערן אַז מען פֿירט איבער געלט אין אַ באַנקקאָנטע אָדער באַצאָלט פֿאַר מעדיצין אָדער באַהאַנדלונגען דורך 'סװיש'. גיב קײן מאָל ניט איבער דײַנע באַנק־אינפֿאָרמאַציעס אָדער באַנק־אידענטיפֿיקאַציע צו עמעצן װאָס קלינגט דיר אָן. מיר שיקן דיר אַלע מאָל אַ פּאַפּיר־חשבון װען מיר פֿאָדערן אַ באַצאָלונג, אָבער ביסטו באַזאָרגט זאָלסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן געזונט־באַזאָרגער.
מע שיצט זיך אַזוי
טאָמער, האָט עצעצער דיר אָנגעקלונגען, זאָלסטו יענעם דערצײלן אַז דו װילסט אים צוריקקלינגען און פֿאָדערט דערפֿאַר זײַן נאָמען און טעלעפֿאָן־נומער. דערנאָך, זאָלסטו דײַן געזונט־באַזאָרגער אָנקלינגען כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז עס איז טאַקע געװען עמעצער בײַם יענעם געזונט־באַזאָרגער װאָס האָבן דיר אָנגעקלונגען. טאָמער, איז עס טאַקע געװען אַ שװינדלער װילן מיר אַז דו מעלדסט דאָס געשעעניש צו דער פּאָליצײ.