געזונט־אָפּהיט בײַ אונדז

שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר באָט אָן געזונט־אָפּהיט פֿאַר אַלע טײלן לעבן.

אונדזערע אָרגאַניזאַציעס

אונדזערע אָרגאַניזאַציעס זענען דאָ אינעם רובֿ קאָמונעס און דיסטריקטן פֿון דער קאַונטי. אינעם פּרימאַר־אָפּהיט זענען דאָ קליניקעס, נאָענטע נויטפֿאַל־זאַלן, קינדער־ (BVC) און מוטער־אָפּהיט (BMM), יוגנט־קליניקעס און רעהאַביליטאַציע־צענטערס.

מיר האָבן ספּעציאַליצירטע אָרגאַניזאַציעס אין קינדער־ און יוגנט־פּסיכיאַטריע, דערװאַקסענע־פּסיכיאַטריע, עסן־שטערונג־אַָפּהיט, אַדיקציע־אָפּהיט און געריכט־פּסיכיאַטריע. מיר פֿירן זיך אויך אָן מיט הילפֿמיטלען, האַביליטאַציע און געזונט, געריאַטריק און אַװאַנסירטן געזונט־אָפּהיט אין דער הײם.

אונדזערע אָפּטײלן, קליניקעס און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס זענען דער ערשטער קאָנטאַקט מיט דער געזונט־סבֿיבֿה פֿאַר אַ סך מענטשן.

מע זאָל גיך קריגן דעם ריכטיקן אָפּהיט בײַ אונדז. ס'איז װיכטיק אַז מיר זען און הערן צו צו דיר, אי פֿאַר דיר װי אַ פּאַציענט, אי פֿאַר דיר װי אַ קרובֿ.

װעגן שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר

מיר זענען אַ טײל פֿון שטאָקהאָלם קאַונטי און אונדזער אויפֿגאַבע איז צו אַנטֹװיקלען און אָנבאָטן געזונט־אַפּהיט נאָענט צו דיר. אונדזער איבערצײַגונג איז אַז דער געזונט־אָפּהיט װערט בעסער װען מען נעמט אָן באַשלוסן אַזוי נאָענט צו די פּאַציענטן װי מעגלעך.

מיר טראָגן אַ גרויס אַחריות און אַרבעטן דערפֿאַר כּסדר צו פֿאַרבעסערן דעם געזונט־אָפּהיט. צוזאַמען זענען מיר בערך 12000 מיטאַרבעטערס מיט דער װיזיע צו געבן „דעם ריכטיקן געזונט־אָפּהיט װען און װוּ דו נײטיקסט זיך אין דעם”.

מיר שטרעבן צו פֿאַרזיכערן אַז די שטאָקהאָלמער אײַנװוינערס זאָלן זיך פֿילן זיכער און דערפֿילן אַז מע קריגט אַ גוטן און צוטריטלעכן געזונט־אָפּהיט. אונדזערע פּאַציענטן זאָלן זיך פֿילן צופֿרידן אי מיטן אויפֿנעם, אי מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָפּהיט.