1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות

'1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות' איז אַ באַדינונג אָפֿן טאָג װי נאַכט, דאָס גאַנצע יאָר. אַזוי, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינגונג מיטן געזונט־סעקטאָר װען סע זאָל נישט זײַן. באַהיט און זיכער.

דו קענסט, למשל, רעזערװירן צײַט בײַם דאָקטער, בטל מאַכן אָדער בײַטן די באַשטימטע צײַט, באַנײַען אַ רעצעפּט אָדער פֿאָדערן אַז דער קליניק שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דיר.

דו קענסט ניצן '1177 דיגיטאַלישע געזונט־עצות' מיט אַ קאָמפּיוטער, טעװעלע אָדער סמאַרטפֿאָן.

װי אַזוי טוט מען?

כּדי צו אַרײַנלאָגירן אין 1177.se דאַרפֿסטו האָבן אַ דיגיטאַלישע לעגיטימאַציע, אָדער BankID אָדער Freja eID Plus. כּדי צו קענען אַרײַנלאָגירן דאֲרפֿסטו זײַן אַ רעגיסטרירטער אײַנװונער אין שװעדן.

לײענט װײַטער אויף 1177