די נאַטור־סבֿיבֿה

אין שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר שטרעבט מען צו װירקן אַזוי װײניק װי מעגלעך אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה.

אונדזער אַרבעט װעגן דער נאַטור־סבֿיבֿה איז רעגולירט פֿון שטאָקהאָלמס נאַטור־פּראָגראַם 2017-2021. די פּראָגראַם האַלט אַַ פּאָר צילן. די דאָזיקע צילן זענען רעלעװאַנט פֿאַר אונדז:

אויסהאַלטעװדיקע מעדיצין־אינדוסטריע

מיר זאָלן פֿאַרקלענערן אונדזער װירקן אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה װאָס שײך דאָס פֿאַבריצירן, פֿאַרשפּרײטן און אַװעקװאַרפֿן מעדיצינען, דורך באַגײן זיך מיט מעדיצינען אויף אַן עפֿעקטיװן אופֿן.

מע װאַרפֿט אָפֿט מאָל אַװעק מעדיצינען צוליב דעם װאָז זײ זענען אַלט געװאָרן. טאָמער, בײַגײט מען זיך מיט מעדיצינען אויף אַן עפֿעקטיװן אופֿן אין דעם געזונט־סעקטאָר, קויפֿט מען נישט אײַן צו פֿיל מעדיצינען. אַזוי פֿאַרקלענערט מען דאָס אַװעקװאָרפֿן און די װירקונג אויף דער נאַטור־סביבֿה װאָס שײך אי פֿאַבריקאַציע, אי פֿאַרשפּרײטונג.

פֿאַרבינדונג־טעקסט: לײען װײַטער װעגן גוטע בײַשפּילן דאָ.

צו עפֿעקטיװ באַגײן זיך מיט טעקסטילן און פֿאַרקלענערן די װירקונג אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה װען ס'קומט צו אײנמאָליקע און איבערניציקע טעקסטילן

מיר װעלן דורכפֿירן אַקטיװיטעטן מיטן ציל צו פֿאַרבעסערן די צירקולאַציע, פֿאַרקלענערן דאָס נישט־נאָרמאַַלע אַװעקװאַרפֿן פֿון פּערסאָנאַל־ און פּאַציענט־קלײדער. אַזוי פֿאַרקלענערן מיר אויך דאָס באַדאַרפֿן נײַ־פּראָדוצירטע קלײדער.

צו פֿאַבריצירן 1 מלבוש הײסט די אָ װירקונג אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה:

  • 2700 ליטער װאַסער כּדי צו האָדעװען באַנװל
  • 150 גאַם כעמישע מיטלען כּדי צו מאַכן די טעקסטילן

דערצו, זאָלן מיר נאָר ניצן אײממאָליקע אַרטיקלען װען פֿאָדערט צוליב פּאַציענט־זיכערקײט.

אויסהאַלטעװדיקע פּאַציענט־מאָלצײַטן

מיר זאָלן אַרײַננעמען אויסהאַלטעװדיקע פֿאָדערונגען אין אָפּמאַכן (למשל חיה־שיץ און װײניק באַניץ פֿןן אַנטיביאָטיקס), פֿאַרגרעבערן דאָס טײל אָרגאַנישע און נאָענט‏־פּראָדוציקרטע עסנװאַרג, און אויך פֿאַרקלענערן די פּאַציענט־מאָלצײַטנס װירקונג אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה. מיר זאָלן אויך פֿאַרקלענערן דאָס אַװעקװאַרפֿן עסן.

עסן איז אַ שװערער ענין װוּ מען מוז קוקן אויף שטחים װי די נאַטור־סבֿיבֿה, סאַמד־פֿרײַע סבֿיבֿה, בילאָגישע פֿילמיניקײט און דעם קאַמף קעגן גלאָבאַלע אַנטיביאָטיקס־אויסהאַלטעװדיקײט. דורך פֿאַרגרעסערן דאָס טײל אָרגאַנישע עסנװאַרג צוטראָגן מיר צו אַן אויסהאַלטעװדיקע פֿאַרמערײַ. דאָס איז, למשל, װיכטיק פֿאַרן שיצן די ביאָלאָגישע פֿילמיניקײט און אָפּהיטן נאַרור־אוצרות.

עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט און איבעריקע טראַנספּאָרטן

מיר זאָלן פֿאַרגרעסערן דאָס צאָל באַנײַעװדיקע ברענװאַרג פֿאַר אונדזערע טראַנספּאָרטן.

די קלימאַטן־בײַטן זענען די שװערסטע מענטשלעכע ענינים. דערפֿאַר, מוזן מיר פֿאַרקלענערן די אַרויסלאָזן פֿון אָראַנזשעריע־גאַסן. דורך פֿאַרקלענרען דעם אַרויסלאָז באַגרענעצן מיר דעם אָראַנזשעריע־עפֿעקט און דעם ערדנאָענטן אָזאָן.