דער מעדיצינישער רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ

אַזוי אַרבעט דעם מעדיצינישן רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ.

דו װאָס איז איבער 16 יאָר און װילסט לײענען דײַן מעדיצינישן רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ קען דאָס טאָן דורך זיכער אַרײַנלאָגירן מיט דיגיטאַלישער לעגיטימאַציע אין '1177 געזונט־עצות'.

מע מוז, אָבער, ערשטנס שאַפֿן אַ קאָנטע בײַ '1177 געזונט־עצות דיגיטאַלישע דינסטן'. דײַן געזונט־באַזאָרגער מוז, אַװדאי, אויך זײַן פֿאַרבונדן מיטן סיסטעם פֿאַר מעדיצינישן רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ.

קודם־כּל װעסטו קענען זען פֿאַרצײכענונגען אין דעם רעקאָרד, טעסטיר־רעזולטאַטן און דיאַגנאָזן און אויך אַן איבערבליק אויף דײַנע פֿריערדיקע באַזוכן בײַם געזונט־סעקטאָר.  בײַם רובֿ געזונט־באַזאָרגערס קען מען לײענען זײַן געזונט־געשיכטע פֿון דעם 1טן יאַנואַר 2016.

ס'דויערט תּמיד אַ ביסל פֿאַר דעם װאָס מען קען זען די לעצטע אינפֿאָרמאַציע אין דעם מעדיצינישן רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ. ס'קען למשל זײַן צוליב דער סינכראָניזאַציע צװישן דעם רעקאָרד־סיסטעם און דעם דינסט 'מעדיצינישער רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ', דער אַדמיניסטראַציע פֿון אָפּדרוקערײַ, טעסטיר־רעזולטאַטן און אַזוי װײַטער.

אויב דו קענסט נישט זען די אינפֿאָרמאַציע נאָך אַ לענגערער װײַלע זאָלסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן געזונט־באַזאָרגער.

אין דער פּסיכיאַטריע זענען די אָפּטײלן פֿאַר יוגנט און קינדער אונטער 18 יאָר נישט פֿאַרבונדן מיט 'מעדיצינישער רעקאָרד אויף דער אינטערנעץ'.