- Om oss
- Befintlig sida: אַרבעטן צו פֿאַרבעסערן די קװאַליטעט
אַרבעטן צו פֿאַרבעסערן די קװאַליטעט
די װיכטיקסטע זאַך פֿאַר די אַרבעטערס בײַ שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר איז אַז די פּאַציענטן און באַניצערס קריגן דעם בעסטן מעגלעכן געזונט־אָפּהיט.
אַ גוטער געזונט־אָפּהיט
SLSO באָט אָן אַ זיכערן און עפֿעקטיװן געזונט־אָפּהיט און באַהאַנדלונגען באַזירט אויפֿן בעסטן געקענטן קענטעניש. צו זען און צוהערן צו די פּאַציענטן, באַניצערס און קרובֿים איז אַ װיכטיק טײל אַרבעט.
דער געזונט־סעקטאָר איז כאַראַקטערעזירט פֿון אַרומנעמיקע פּערספּעקטיװן, אָנטײלנעמונג פֿאַר פּאַציענטן און באַניצערס, אַ גוטער באַדינונג און אַ גוטער צוטריטלעכקײט. צו פּראָמאָטירן אַ געזונט לעבן און אַרבעטן קעגן קרענק איז אַ נאַטירלעך טײל געזונט־אָפּהיט. אונדזער װיזיע איז צו 'געבן דעם ריכטיקן אָפּהיט װען און װוּ דו נײטיקסט זיך אין דעם.
צוזאַמען מיטן קאָראָלינסקאַ אינסטיטוט (KI) און אַנדערע אוניװערסיטעטן פֿירט מען אָן מיט פֿאָרשונג, אויסבולדונג און פּראָיעקטן כּדי צו פֿאַרבעסערן די קענטשאַפֿט און אַנטװיקלען דעם געזונט־אָפּהיט.
אַרבעטן צו פֿאַרבעסערן די קװאַליטעט אין דעם געזונט־סעקטאָר
כּדי צו קענען געבן אַ גוטן אָפּהיט דאַרף מען קענען די פּאַציענטנס און באַניצערס מײנונעגן װעגן דעם געזונט־סעקטאָר. דערפֿאַר, פֿירט מען כּסדר אָן מיט נאַציאָנאַלע אויספֿאָרשונגען און אַ פּאָר פֿון אונדזערע אָפּטײלן פֿירן טאַקע אָן מיט אײגענע אויספֿאָרשונגען אויכעט. די רעזולטאַטן פֿון די אויספֿאָרשונגען ניצט מען צו פֿאַרבעסערן די קװאַליטעט אין דעם געזונט־סעקטאָר.
באַמערקונגען
אי פּאַציענטן, אי קרובֿים זאָלן זײַן צופֿריגן מיט דער באַדינונג און דעם רעזולטאַט פֿון דעם אָפּהיט.
מיר װילן גערן אַז דו לאָזט איבער דײַנע באַמערקונגען צום אַקטועלן אָפּטײל. טאָמער, פּאַסט עס זיך נישט, קענסטן איבערלאָזן דײַנע באַמערקונגען אויף אַן אַנדערן אופֿן. זע פֿאַרבינדונג.
ISO־צערטיפֿיקאַט
שטאָקהאָלם קאַונטיס געזונט־סעקטאָר האָט זינט אַפּריל 2013 אַ צערטיפֿיקאַט װעגן קװאַליטעט (ISO9001), אַרבעט־סבֿיבֿה (OHSAS 18001) און נאַטור־סבֿיבֿה (ISO 14001). מיר זענען דעמאָלט געװען די צװײטע שטאָרהאָלמער אָרגאַניזאַציע װאָס האָט געהאַט אַ צערטיפֿיקאַט אין די דאָזיקע דרײַ שטחים.